
שטייט אין פסוק: “בעבר הירדן הואיל משה באר את התורה הזאת לאמר” דברים א ה
שרייבט דער הייליגער אבן עזרא: “”ואם תבין סוד השנים עשר, גם ויכתב משה (דברים לא כב), והכנעני אז בארץ (בראשית יב ו), בהר ה’ יראה (בראשית כב יד), והנה ערשו ערש ברזל (דברים ג יא) תכיר האמת” דברים א ג.
וואס איז דאס דער אמת וואס דער אבן עזרא זוכט דערויף מרמז צו זיין? ספר דברים, וואס ווערט אויך אנגערופן “משנה תורה”, איז נישט א ספר ווי די אנדערע, נאר אזוי ווי איר נאמען טוט ווייזן, איז זי אdouble פאר די אנדערע ספרים. אין גמרא מסכת מגילה ל”א ע”ב שטייט אזוי: “אמר אביי לא שנו [שאין מפסיק הקורא בתורה] אלא בקללות שבתורת כהנים [בספר ויקרא] אבל קללות שבמשנה תורה [בספר דברים] פוסק, מאי טעמא? הללו בלשון רבים אמורות ומשה מפי הגבורה אמרן, והללו בלשון יחיד אמורות ומשה מפי עצמו אמרן”.
הערט נאר די שטוינענדע ווערטער! די גמרא זאגט דא אז די גאנצע תוכחה וואס שטייט אין ספר דברים קומט נישט פון גאט, נאר משה האט דאס געזאגט פון זיין אייגן וויסן (און דעריבער איז נישט דא קדושה דערין אין מ’מעג מפסיק זיין). קומט אויס אז ס’איז דא שטיקלעך אין די תורה וואס זענען נישט פון גאט, נאר געשריבן דורך א בשר ודם!
צוליב די דאזיגע רייד, וועלן מיר מקדיש זיין דעם פרשה צו איינער פון די גרעסטע מפרשי המקרא, רבינו אברהם ב”ר מאיר אבן עזרא. ער איז דער וואס איז מעיד אויף זיך אליין אין זיין הקדמה: “הדרך החמישית, מוסד פירושי עליה אשית, והיא הישרה בעיני, נכח פני ה’ , אשר ממנו לבדו [אפילו נישט פון חז”ל!] אירא ולא אשא פנים בתורה, ואחפש היטב דקדוק כל מילה בכל מאדי”.
ברוך שפינוזה וואס איז געווען פון די ערשטע מבקרי המקרא ברענגט צו אין “מאמר תיאולוגי מדיני” (פרק שמיני) דער אויבנדערמאנטע אבן עזרא, און פון דעם איז ער מוכיח אז די אבן עזרא האלט אז די ספר תורה האט נישט משה געשריבן נאר ענדערש א שפטערדיגע בעל מחבר. ס’איז כדאי פאר יעדער אמת-ליבהאבער אריין צו קוקן אין דעם הפלא’דיקן ספר. די רבנים האבן גע’אסר’ט אריין צו קוקן אין דע, אין זיי האבן אויך געהאט א סיבה פאר דעם איסור: זיין שכל איז שארף, זיין פארשטאנד איז טיף, און אין זיינע רייד דערקענט זיך אז ער זאגט נאר די אמת.
אונז וועלן צוברענגען זיינע רייד און צולייגן נאך א נופח. אבער כדי גרינגער צו מאכן אויף דער ליינער וועלן מיר אויך ברענגען די מפרשי המקרא וואס קלעבן מיט די מער טראדיציאנאלע מהלכים, ווי וואס די גמרא זאגט אין סנהדרין צ”ט ע”א: “ואפילו אמר כל התורה כולה מן השמים חוץ מפסוק זה, שלא אמרו הקדוש ברוך הוא אלא משה מפי עצמו, זהו כי דבר ה’ ביזה”, (איז די גמרא אין מסכת מגילה אויך אין כלל פון “דבר ה’ ביזה”?) והבוחר יבחר.
צום ערשט וועלן מיר מקדים זיין אז דער וואס קוקט אויף די תורה בכלל וועט באלט זען אז ע”פ פשטות איז דער מחבר נישט משה, נאר ענדערש אן אנדערע מחבר וואס שרייבט וועגן משה. ס’שטייט דאך “וידבר ה’ אל משה” און ס’שטייט נישט “וידבר ה’ אלי”. וואס זאגן דערויף די מפרשי המקרא? די רמב”ן אין די הקדמה שרייבט: “אבל משה רבינו כתב תולדות כל הדורות הראשונים ויחוס עצמו ותולדתו ומקריו כשלישי המדבר, ולכן יאמר, וידבר אלהים אל משה ויאמר אליו, כמדבר בעד שנים אחרים וכו’ והטעם לכתיבת התורה בלשון הזה מפני שקדמה לבריאת העולם אין צריך לומר ללידתו של משה רבינו כמו שבא לנו בקבלה שהיתה כתובה באש שחורה על גבי לבנה, והנה משה כסופר המעתיק מספר קדמון וכותב ולכן כתב סתם”. (דעם תירוץ, חוץ פון דעם וואס ער איז א “מרחיק עדותו”, ענטפערט ער איין קושיא אבער ברענגט ארויף נאך טויזענט. אויב איז אלעס שוין באשטומט פון פאר די בריאה און אפגעשריבן און אפגעזיגלט, וואס איז פשט פון זונדיגן אדער עונשים?) אונז האבן שוין געשריבן אין פרשת מסעי ווי “קבלה” און “סוד” זענען די ערשטע וועג ארויס פאר בעלי “התבונה” וואס די תירוצים זייערע האבן זיך גע’ענדיקט.
און אצינדער וועלן מיר צוריק קומען צו די אבן עזרא. דער פירוש זאגט ער דאך אויפ’ן פסוק “אלה הדברים אשר דבר משה אל כל ישראל בעבר הירדן”. ס’איז דאך געווען קלאר פאר’ן אבן עזרא און פאר אונז אז דער שרייבער פון דעם פסוק איז שוין געווען אין ארץ ישראל, אויפ’ן מערב זייט פון די ירדן, און דעריבער זאגט ער “בעבר הירדן”. אבער משה אליין איז דאך קיינמאל נישט אריין אין ארץ ישראל, טא וויאזוי זאל ער שרייבן “בעבר הירדן”?
“סוד השנים עשר” – אפילו אז ס’איז נישט אינגאנצן ברור פאר אונז וואס פונקטליך די אבן עזרא מיינט מיט דעם, נעמען מיר אן די פירוש הרב יוסף בן אליעזר טוב עלם וואס האט געלעבט אין די פערצענטע יאר הונדערט און געשריבן דעם ספר “צפנת פענח” – א ביאור אויפ’ן אבן עזרא. דאס איז וואס ער שרייבט אויף דעם אויבנדערמאנטע שטיקל: “כי השנים עשר הם יב’ פסוקים שבסוף התורה (דברים לד א-יב), והוא [אבן עזרא] אמר שם כי לפי דעתו מפסוק ‘ויעל משה’ עד סוף התורה כתב יהושע”.
“ויכתוב משה את התורה הזאת ויתנה אל הכהנים בני לוי” דברים לא ט. את התורה “הזאת”? וואס רעדט דא דער פסוק? בהכרח זעסטו אז משה האט געשריבן א תורה וואס ער האט געגעבן צו די לויים און די לויים האבן געטראגן דעם תורה אן דער פסוק אליין, און גאר א צווייטע בעל מחבר איז דער וואס פארציילט איבער וואס משה האט געשריבן און געגעבן פאר די לויים.
אבער די רמב”ן שרייבט (דברים לא ט): “ויכתב משה את התורה הזאת, מתחילת בראשית עד לעיני כל ישראל”. און רש”י : “ויכתב משה ויתנה: כשנגמרה כולה נתנה לבני שבטו”. קומט דאך אויס לויט רש”י אז משה האט נישט באותו מקום געגעבן די ספר תורה פאר די לויים, נאר ער האט ממשיך געווען צו שרייבן די קומענדיגע פרשיות, און אויך דער פסוק וואס פארציילט אז ער האט געשריבן די תורה און דאס געגעבן פאר די לויים האט ער אויך געשריבן, אבער די אמת איז אז ער האט דאס דעמאלטס נאכנישט געהאט געגעבן, ווייל ער האט דאך ווייטער געשריבן…
“והכנעני אז בארץ”, די כוונה פון דעם פסוק איז קלאר. אין די צייט פון דעם מחבר התורה איז די כנעני שוין נישט געווען אין לאנד (און דעריבער שרייבט ער “אז”). אבער אין די תקופה פון משה איז דאך די כנעני יא געווען אין לאנד! איז מוכרח אז ס’איז געשריבן געווארן שפעטער. מיר האבן שוין פארברייטערט אין דעם ענין אין פרשת לך לך חלק שני.
“ויקרא אברהם שם המקום ההוא ה’ יראה אשר יאמר היום בהר ה’ יראה” בראשית כב יד.
פון די ווערטער “אשר יאמר היום” איז משמע אז דער פסוק קומט פון שפעטער. די ווארט “אשר” טייטשט זיך איבער ווי א נתינת טעם, אזוי ווי “דעריבער זאגט מען היינט בהר ה’ יראה”, און אזוי ווי אונקלוס איז מתרגם ” “בכן יתאמר כיומא הדין”, און אזוי איז ער אויך מתרגם דעם פסוק אין שמות פרק ו’ פסוק ו’. “לכן אמור לבני ישראל” — “בכן אימר לבני ישראל”. אבער דער פלאץ פון די בית המקדש איז נאכנישט געקליבן געווארן אין די צייט פון משה, ווי דער פסוק זאגט אין פרשת ראה (דברים יד כג): “ואכלת לפני ה’ אלהיך במקום אשר יבחר לשכן שמו שם”.
און וואס זאגן דערויף די מפרשי המקרא? רש”י שרייבט: “היום, הימים העתידים”. די רשב”ם שרייבט: “אשר יאמר היום ולמחר, בהר ה’ נראה הקב”ה לאברהם”. זעט נאר ווי די מפרשים פארדרייען אזא קלארע פסוק. די תורה זאגט “היינט” און רש”י זאגט “הימים העתידים”. די תורה זאגט היינט, און די רשב”ם זאגט “ולמחר”. און ווען די פסוק זאגט “וה’ האמירך היום להיות לו לעם סגולה” (דברים כו’ יח) וועלן דען רש”י און די רשב”ם זאגן אז נאר צומארגנס אדער “בימים עתידים” וועלן די אידן זיין אן “עם סגולה”?
“כי רק עוג מלך הבשן נשאר מיתר הרפאים הנה ערשו ערש ברזל הלה היא ברבת בני עמון תשע אמות אורכה וארבע אמות רחבה באמת איש”. פון די לשון איז משמע אז ס’איז געשריבן געווארן נאך די טויט פון משה. משה האט דאך מלחמה געהאלטן מיט עוג און געוואנען די מלחמה אין די פערציגסטע יאר צום ארויסגאנג פון די אידן פון מצרים, וואס דאס איז דאך הארט פאר די פטירה פון משה. טא וואס איז די רבותא אז משה זאל זאגן “הלא היא ברבת עמון”? זיכער איז דאס ברבת בני עמון, ער האט עם דאך נארוואס געהארגעט! דער פסוק האט נישט קיין פשט נאר אויב ס’איז געשריבן געווארן א לאנגע צייט נאך די פטירה פון משה, און פארשטייט זיך נישט דורך עם אליין.
די רשב”ם איז מפרש אז די בעט פון עוג איז נאך געווען פון די צייט וואס ער איז געווען א קינד אין זיין וויגעלע. די פסוק האט געוואלט אויסרימען זיין גרויסקייט פון ווען ער איז נאך געווען א קינד. און דעריבער שטייט אויך אז זיין בעט איז געווען פון אייזן, ווייל אויב וואלט דאס געווען פון האלץ וואלט זיך דאס צובראכן. צו דעם אלעם איז אבער נישט דא קיין זכר אין פסוק.
און די דער ליינער וואס זוכט וויסנשאפט, קוק גוט אריין אין דעם אן א נשיאת פנים. און דאס זאל זיין פאר דיר א ראיה אז לכולי עלמא, פון די טעקסט אליין, אן אן אינדרויסענדיגע קבלה, איז דא איין מסקנא וואס שפאלט אדורך אלע הימלען אז די מחבר פון די תורה איז נישט געווען משה. וואס בלייבט פאר א מענטש צו טראכטן איז נאר מכריע צו זיין ציווישן זיי צוגאנגען: צו זאל ער מקבל זיין די ווערטער פון די פסוקים אזוי ווי זיי שטייען אליין, אדער זאל ער מקבל זיין און גלייבן פארשידנארטיגע מסורות, אפילו אויב זיי זענען סותר און פארדרייען קלאר דאס וואס שטייט.
וויבאלד מיר רעדן שוין וועגן די אבן עזרא, איז כדאי צו ברענגן א קיצור פון וואס דער אבן עזרא שרייבט אין אנדערע פרשיות אויך.
אין פרשת וישלח שרייבט ער אויף די פסוק פון ספר דברים (ל”ד ו’) “ולא ידע איש את קבורתו עד היום הזה”, – דברי יהושע ויתכן שכתב זה באחרית ימיו”.
אין פרשת צו האבן מיר צוגעברענגט די אבן עזרא פון ספר שמות (כ’ א’): “ועשרת הדברים הכתובים בפרשת ואתחנן הם דברי משה”.
אין פרשת קדושים האבן מיר צוגעברענגט די שיטה פון אבן עזרא פארוואס די פסוק דערמאנט נישט די עונש פון איינער וואס שלאפט מיט צוויי שוועסטער, און וואס איז פשט אז יעקב אבינו האט חתונה געהאט מיט צוויי שוועסטער.
אין פרשת אמור האבן מיר צוגעברענגט זיין פירוש אויף “עץ עבות” אז ס’איז נישט א הדס (אקעגן די גמרא): “ועלי עץ עבות טענה על קדמונינו וכן מין הדס אין אילנו גבוה והנה הם שני מינים גבוה ונמוך”.
אין פרשת נשא האבן מיר צוגעברענגט די קושיא פון די אבן עזרא אויף די צאל פון די לויים וואס בלייבט די זעלבע טראץ דעם וואס זיי זענען נישט געווען פארכאפט אין די גזרה פון די “מתי מדבר”.
אין פרשת חקת האבן מיר געברענגט זיין שיטה אז די איסור צו טרינקן וואסער בשעת התקופה איז ווערט פאררעכענט ווי א “מנחש”, און אז די פריערדיקע האבן דאס נישט גע’אסר’ט נאר אויף צו דערשרעקן די נארישע המון עם אז זיי זאלן תשובה טון.
און דא וועלן מיר צולייגן אייגענע ווערטער. משה רבינו רעדט צו די אידן פאר’ן אריין גיין אין לאנד, און אסאך מאל לייגט ער אריין א ביאור אויף זיינע ווערטער ציווישן די שורות. און אזוי זען אויס זיינע ווערטער אין דברים ב’ ט’-י”ד: “ויאמר ה’ אלי אל תצר את מואב ואל תתגר בם מלחמה כי לא אתן לך מארצו ירשה כי לבני לוט נתתי את ער ירושה [האימים לפנים ישבו בה עם גדול ורב ורם כענקים, רפאים יחשבו אף הם כענקים והמאבים יקראו להם אימים ובשעיר ישבו החרים לפנים ובני עשיו ירשום וישמידום מפניהם וישבו תחתם כאשר עשה ישראל לארץ ירושתו אשר נתן ה’ להם] עתה קמו ועברו לכם את נחל זרד וגו’ ” פון די משמעות פון זיינע ווערטער “כאשר עשה ישראל לארץ ירושתו” שטעלט זיך אויס אז די גאנצע זאך איז געשריבן געווארן נאך וואס די אידן האבן שוין איינגענומען דאס לאנד. ממילא קומט אויס אז נישט משה האט אריין געשטעלט די ווערטער אין די “סוגריים”. (און לייג צו קאפ צום שינוי הלשון פון די עצם טעקסט: “נתן ה’ להם” ותיכף “קומו עברו לכם” וואס ווייזט אויך אויף דעם אז ס’איז אנדערע שרייבערס מיט אנדערע פענעס.)
און וואס זאגן דערויף די מפרשי המקרא? די חזקוני שרייבט: “כאשר עשה לישראל — בני גד ובני ראובן. לארץ ירושתו — של מואב”.
זעסטו דא קלאר ווי די חזקוני פארדרייט דעם פסוק. די תורה שרייבט “ישראל” און ער זאגט “בני גד ובני ראובן”. די תורה שרייבט “לארץ ירושתו” און ער זאגט “ארץ מואב”.
און אויפ’ן פסוק דברים ג יד: “ויקרא אתם על שמו את הבשן חות יאיר עד היום הזה” האבן מיר שוין אויסגעברייטערט אין פרשת וישלח ועיין שם.
און מיר וועלן דא פרעגן: ווי פאלט דאס איין פאר איינעם, זאל ער נאר זיין אזוי גרויס ווי ער קען נאר זיין, און זאל די קושיא זיין אזוי גרויס ווי ער קען נאר זיין, צו פארדרייען און פעלטשעווען די ווערטער פון די טעקסט אליין? צו זאגן אויף “היום” אז ס’איז צומארגנס און אויף “ישראל” אז ס’איז גד און ראובן?
און דא איז פאסיג צו צוענדיגן מיט אן אבן עזרא וואס איז שוין געווארן מרגלא בפומיה ביי יעדן איינעם און מיר ברענגן דאס צו אין קונטרס נומער 8: “כי איך יתכן בלשון שאדם ידבר מילה ורצונו מילה אחרת? והאומר בזה מהמשוגעים הוא נחשב וכו’ וטוב לו שיאמר לא ידעתי ולא יהפוך דברי אלהים חיים”.
דבר דעת אמת