
אמר שמואל נהירין לי שבילי דשמיא כשבילי נהרדעא (ברכות נח ע”ב)
שמואל האט געזאגט: עס זענען מיר קלאר די וועגן אין הימל, אזוי ווי די וועגן אין מיין היימשטאט ״נהרדעא״).
אמר שמואל יכילנא לתקוני לכולה גולה פרש”י כי בקי אני בתולדות הלבנה והילוכה וסדר המזלות (ר”ה כ’ ע”ב).
שמואל האט געזאגט: איך קען באשטימען א לוח פאר די גאנצע יידישע אידנטום אין גלות, ווייל איך בין זייער באקאנט אין די גאנג פון די לבנה און אין די סדר פון די מזלות).
גלייך און אנפאנג פון אונזערע ווערטער וועלן מיר ברענגען א גרויסע בשורה, דאס אז נאך וואס אונז האבן געשריבן און פארשפרייט ברבים די ערשטע פינעף קונטרסים, און מיר האבן זוכה געווען צו א גרויסע צאל פון ליינער און תלמידים, זענען זיך צונויפגעקומען עטליכע פוסקים און רבנים צו פראבירן אפפרעגן און פארענטפערן די אלע קושיות וואס מיר האבן באוויזן אין חז״ל׳ס ווערטער. זיי זענען נישט רוהיג געווארן ביז זיי האבן ארויסגעגעבן א ביכל מיטן נאמען ״זכור חרפתך מני נבל״ און דערין צענדליגער זייטן פול מיט פלפולים און תירוצים אויף אונזערע רייד, (ס׳איז נאר א שאד אז זיי האבן זיך אסאך פארזינדיגט מיט לשון הרע, און אנגעפילט גאנצע בלעטער מיט פארשעמונגען, אז ס׳איז אויסגעקומען מער ווי די דברי תורה אליינס), און דער שיקער און פארשפרייטער פון אט דאס ביכל האט זיך באמיהט צו לאזן וויסן יעדן איינעם אז ס׳איז דא אן הסכמה אויף דעם פון מוה״ר אהרן יודא לייב שטיינמאן שליט״א (פון די גדולי הדור).
טראץ דעם וואס זיינע תירוצים זענען נישט דאס בעסטע פאר יעדער בר-דעת וואס זאל נאר אביסל מעיין זיין אין דעם, דאך זענען מיר זייער פרייליך געווארן צו זעהן א געוואלדיגע חידוש אין זייער שיטה, ווען זיי ברענגען ראיות צו זייערע רייד פון די העבראישע אנציקלאפעדיע (האנציקלופדיה העברית), און פון נאך אסאך סייענטיפישע פארשונגען פון פרייע וויסנשאפטלער און פארשידענע ״ספרים חיצונים״, (א זאך וואס איז נישט געווען איינגעפירט ביז יעצט). געבענטשט זאלן זיי זיין פארן ברענגען די אלע וועלטליכע ידיעות ווייל פון יעצט און ווייטער אן קענען מיר שוין אויך אזוי טוהן, נאכדעם וואס דאס האט שוין אן הסכמה פון די גדולי ישראל. ווייל זעלבסטפארשטענדליך אז ס׳איז נישטא קיין צווישנשייד אויב דאס ווערט גענוצט פאר זייער צוועק, אדער פאר יעדער איינער וואס וויל נאר וויסן דעם אמת.
און דו פארשטענדליכער תלמיד, וואס דו גלוסט אין וויסנשאפט און אמת, דארפסט זיך זייער פרייען מיט די הסכמה וואס איז געגעבן געווארן צו טרונקען פון די אמת׳ע קוועלער פון די וועלטליכע וויסנשאפטן. טראג דיינע פיס צו די נאנסטע פאבליק ביבליאטעק (ספרייה ציבורית) וואס איז אפן פאר יעדעם איינעם, פריי פון אפצאל, גיי דיר צו די אנגעפילטע שעלפס, און שעפ זיך אן פול מיט וויסן וואס איז דא אין די אלע גוטע ביכער דארטן, דיין קאפ וועט זיך עפענען, און ס׳וועט מקויים ווערן אין דיר די פסוק ״ההולכים בחושך ראו אור גדול״ (= די וועלכע גייען אין די טונקל האבן געזעהן א גרויסע ליכטיגקייט).
און יעצט לאמיר צוקומען צום ווארט, נאך וואס מיר האבן מסביר געווען און קונטרס נומער 4 די אויסשטעל פון די וועלט אין חז״ל׳ס אויגן און זייערע טעותים אין די עניינים פון שקיעה און צאת הכוכבים, און אין קונטרס נומער 5 האבן מיר מסביר געווען די צייט וואס גייט פארביי צווישן איין מולד און די אנדערע, און זייערע טעותים אין די עניינים פון קידוש לבנה, גייען מיר יעצט ארומרעדן וועגן די לענג פון די ״שנת החמה״ און די 4 תקופות און די עניינים פון מעבר זיין דאס יאהר וואס איז בעיקר געמאכט צו צופאסטן די לבנה יאהר צו די זין יאהר, וואס די אלע זאכן זענען זייער וויכטיג צו אוועקשטעלן דעם יידישן לוח. ווייל ווען נישט דעם אז מ׳זאל מעבר זיין דעם יאהר וואלט מען נאר געהאט די לבנה יאהר און דעמאלטס וואלטן אלע ימים טובים זיך געווארפן במשכ׳ן גאנצע יאהר אזוי ווי די מוסלעמעינער לוח.
ביז די צייט וואס די גמרא איז געשריבן געווארן פלעגט מען מקדש זיין דעם חודש לויט עדות וואס האבן געזעהן דעם מולד, און מ׳האט מעבר געווען דעם יאהר לויט געוויסע רעכענונגען וואס איז געווען אין זייערע צייטן, אזוי ווי די גמרא זאגט אין סנהדרין (י״א ע״ב) אז אויף די פאלגענדע דריי זאכן איז מען מעבר דעם יאהר אויפן פרילינג (אביב) אויף די פרוכט פון די ביימער און אויף די תקופה.
אבער היינטיגע צייטן רעכענען מיר לויט דעם יערליכן לוח וואס איז אוועקגעשטעלט אויף א 19 יעריגער מחזור, ד. ה. יעדע ניינצן יאהר איז דא די זעלבע סדר פון איבער יאהרן און פשוטע יאהרן. און מיר טרעפן א מחלוקת פון דער רמב״ם קעגן דער רמב״ן ווער האט אונז געגעבן די מאכט צו מאכן אליינס א אייגענעם לוח, דער רמב״ם (הלכות קידוש החודש פרק ה הלכה ב) שרייבט אז דאס איז ״הלכה למשה מסיני״ אז ווען ס׳איז נישטא קיין סנהדרין רעכנט מען לויט דעם חשבון, דאגעגן דער רמב״ן (ספר המצוות עשה קנ״ג) שרייבט אז הלל הנשיא האט מתקן געווען די חשבונות ביז משיח וועט קומען, אבער דאס וואס דער רבינו בחיי שרייבט (אין פרשת בא) אז דער חשבון האבן די יידישע קינדער גערעכנט פון ווען זיי האבן ארויסגעגאנגען פון מצרים, דאס שטימט נישט מיט אפענע גמרות און מ׳האט שוין אפגעפרעגט זיינע ווערטער.
מיר טרעפן אין גמרא (עירובין נו ע״א) אז שמואל – וועלכער איז געווען בקי אין אלע וועגן פון הימל – זאגט אז צווישן איין תקופה און די אנדערע איז דא איין און ניינציג טעג מיט זיבן און א האלה שעה, און וויבאלד ס׳זענען דא 4 תקופות אין יעדע ״שנת החמה״ (תשרי, טבת, ניסן, תמוז) קומט דאן אויס אז א גאנצע יאהר באטרעפט דריי הונדערט פינעף און זעכציג טעג מיט זעקס שעה. און באמת איז דאס קיין שום חידוש נישט (פאר די וועלכע קענען אביסל וועלטליכע היסטאריע) ווייל דאס איז די פונקטליכע יאהר וואס איז אנגערופן די יוליאנישע יאהר נאכן נאמען פון דער רוימישער קייסער וועלכער האט געהייסן ״יוליאס קייסער״, דער קייסער האט באשטימט די לענג פון דעם יאהר מיטן געזעץ וואס ער האט פארשפרייט איבער די גאנצע רומישע קעניגרייך, דאס איז געווען איבער צווי הונדערט יאהר בעפאר שמואל איז געבוירן געווארן.
און וויבאלד די ניינצן יעריגע מחזור איז געבויעט אויף א סדר פון זיבן איבער-יאהרן און צוועלף פשוטע יאהרן, קומט אויס צוזאמען צוויי הונדערט פינעף און דרייסיג מאנאטן, און ווען מיר גייען דאס אויסרעכענען גייט אויסקומען אז די שנות החמה איז נאך אלץ גרעסער מיט איין שעה און 485 חלקים, אזוי ווי דער רמב״ם שרייבט (אין הלכות קידוש החודש פרק ז הלכה י).
דער צווישנשייד פון די שנות החמה אויף די שנות הלבנה קלויבט זיך צוזאמען במשך די דורות, און היינטיגע צייטן איז דאס שוין א צווישנשייד פון עטליכע טעג.
און טאקע וועגן דעם לויט שמואל׳ס שיטה וועלן מיר פראווען דעם יו״ט פסח אינמיטן דעם ווינטער און נישט אין פרילינג אזוי ווי די תורה האט אונז אנגעזאגט! אונזערע פריערדיגע רבנים (וועלכע האבן פארשטאנען אביסל צו אסטראנאמיע) וועלכע האבן צוגעזעהן דעם פראבלעם האבן געמוזט טוישן די לענג פון ״שנת החמה״ און האבן באשטימט פאר קיין שום סיבה נישט (אויסער דעם אז ס׳זאל שטומען), אז די יאהר זאל זיין לאנג אויף א אופן אז ס׳זאל נישט איבערבלייבן קיין איבעריגס, האבן זיי באשטימט דעם חשבון אזוי: 29 טעג 12 שעות און 793 חלקים מאל 235 חדשים צוטיילט און 19 יאהר, קומט עס אויס צו זיין די לענג פונעם ״שנת החמה״ 365 טעג 5 שעות און 997 חלקים און 48 רגע׳ס, אזוי ווי דער רמב״ם שרייבט (פרק י הלכה א). און דער יאהר איז נאך אלץ לענגער פון די ריכטיגע אסטראנאמישע יאהר מיט זעקס מינוט בערך.
אבער צו טוישן די צייטן פונעם יאהר און די תקופות וואס זאל אויסקלאפן אויף הלכה׳דיגע עניינים אזוי ווי ״ברכת טל ומטר״ אדער ״ברכת החמה״ אן דעם וואס מ׳זאל האבן א מקור קען מען דאך נישט. איז וואס טוהט מען? זענען זיי געגאנגען און אויפגעמאכט אז די לענג פון דעם יאהר האט *רב אדא* באשטימט, און דאס וואס עס ווערט נישט אראפגעברענגט אין קיין שום פלאץ אין די גמרא אדער וואו – איז וויבאלד זיין חכמה איז געווען באהאלטן ביי די חכמים, און דערפאר שטייט (אין ספר העיבור לרבי אברהם בר חייא הנשיא): “תקופת שמואל בפרהסיא ושל רב אדא בצינעא” דאס הייסט אז תקופת שמואל איז געווען אייביג אנטפלעקט אין די צייט וואס תקופת רב אדא איז געווען באהאלטן, און אזוי שרייבט אויך דער חזון-איש (או”ח קלח אות ד). און וואונדער איבער וואונדער אז דוקא ביי דעם ענין וואס די חכמים האבן זיך אייביג געגרויסט זאגנדיג אויף דעם די פסוק “כי היא חכמתכם ובינתכם לעיני העמים”, דאס מיינט בפרהסיה ״לעיני העמים״, טראץ דעם איז די שיטה פון רב אדא געבליבן שטיל שווייגנדיג און באהאלטן ביז ס׳איז געווארן אויפגעדעקט אין אסאך שפעטערע צייטן…
און נישט נאר דאס, נאר אונזערע פריערדיגע רבנים וועלכע זענען נישט געווען צופיל באהאוונעט אין אסטראנאמישע עניינים, א שטייגער ווי רש״י תוספות און דער רא״ש האבן עפעס נישט געהערט בכלל די אויפטוה פון רב אדא׳ס תקופה, און דער טור דערמאנט דאס אויך נישט, נאר זיי פרעגן אז מיר פראווען דעם פסח אין ווינטער, אזוי ווי דער תוספות הרא״ש (סנהדרין יג ע”ב) שרייבט: והאי דלא חיישי האידנא לא מקצת החג ולא לכוליה חג ואין מעברים אפילו אם תיפול תקופה אחר החג י”ל משום דאין מעברין על התקופה לבדה וכו’ הלכך כל עיבור שלנו אינו כי אם להשוות שנות הלבנה לשנות החמה, ותקנו חכמים ראשונים מחזור של י״ט שנים וקבעו בו שבעה עיבורים ובזה ישוו השנים כל ימי היותנו בגולה וכשנשוב למקומנו הראשון בע”ה נעבר כאשר עשו מימי קדם עכ”ל. (ער פרעגט אז לכאורה קומט דאך אויס אז מיר פראווען יו״ט פסח אין די ווינטער, ענטפערט ער אז מ׳איז היינטיגע צייטן נישט מעבר דעם יאהר נאר כדי ס׳זאל שטימען די לבנה יאהר מיט די זין יאהר, און ווען משיח וועט קומען וועט מען צוריק גיין צו מעבר זיין די יאהרן אזוי ווי עס באדארף צו זיין). לכאורה פונקט דא וואלט דער תוספות הרא״ש געדארפט ברענגען רב אדא׳ס תקופה, נאר אין זיינע צייטן איז דאס נאכנישט אויפגעקומען, און ס׳זעהט אויס נאך געווען באהאלטן… איז דער תוספות הרא״ש נאר געבליבן מיט די אויבנדערמאנטע פארקרומטע שיטה פון שמואל, און געמוזט צושטערן די מצות-עשה וואס זאגט “שמור את חדש האביב” ביז משיח׳ס צייטן וואס דעמאלטס גייט מען צוריקגיין צום ארגינעלן וועג פון מעבר זיין דעם יאהר.
און אויך דער רבינו חננאל שרייבט און א פלאץ (ר”ה כא ע”א): אבל עכשיו שאין אביב לא חישינן להא דשלח רב הונא כד חזית דמשכה תקופת טבת וכו’. אין אנדערע ווערטער – וויבאלד דער רבינו חננאל האט נישט געוואוסט פונעם באהאלטנעם שיטה פון רב אדא, האט ער געמוזט מבטל זיין די גאנצע מושג פון פרילינג.
אבער טראצדעם וואס די פוסקים האבן אויפגעמאכט און אנגענומען די שיטה פון רב אדא, דאס איז נאר רעדנדיג פון די מצווה פון האלטן פסח אין פרילינג, אבער קומענדיג צו אנדערע מצוות און הלכות האבן זיי געלאזט די שיטה פון שמואל. די באוואוסטע מצוה צווישן זיי איז די מצווה פון ״ברכת החמה״, וואס קומט פון די גמרא ברכות (נט ע”ב), און אזוי אויך שרייבט דער רמב”ם (אין הלכות ברכות פרק י): “הרואה את החמה ביום תקופת ניסן של תחילת המחזור של שמונה ועשרים, שהתקופה בתחילת ליל רביעי כשרואה אותה ביום רביעי בבוקר – מברך ברוך עושה בראשית”. (= אז איינער זעהט די זין אין דעם טאג פון תקופת ניסן פון די אנפאנג פונעם מחזור פון 28 יאהר, וואס די תקופה פאלט אנפאנג פון מיטוואך נאכט, מאכט ער א ברכה ווען ער זעהט די זין אויפצומארגנס – ברוך עושה מעשה בראשית).
און אזוי ווערט אויך געפסקנט אין שולחן ערוך (אורח-חיים סימן רכט): “הרואה חמה בתקופתה והוא מכ״ח לכ״ח שנה אומר ברוך עושה מעשה בראשית” און אזוי ווי דער משנה-ברורה איז מסביר דארטן אויפן פלאץ “משום שהיא חוזרת שם לתחילת היקפה היא שעת תליית המאורות בעת הבריאה ומאז התחילה להקיף ולשמש, והתקופה היינו תקופת ניסן”. (= אז דעמאלטס קומט די זין צוריק צום אנפאנג פון זיין גאנג).
און דאס איז קלאר אז די דאזיגע הלכה אז נישט שייך נאר לויט די שיטה פון שמואל און ס׳האט נישט קיין פשט לויט די שיטה פון רב אדא, ווייל לויט רב אדא קומט די זין קיינמאל נישט צוריק צו זיין ערשטן פלאץ. און קוק נאר וואס אונזערע רבנים זאגן אויף דעם: אין די שו”ת ספר משאת בנימין פון דעם גאון בנימין אהרון (ס’ קא) שרייבט ער אזוי – “וא”ת היאך עבדינן תרתי דסתרי אהדדי דלענין הברכה עבדינן כשמואל ולענין חשבון התקופות ועיבור השנים אנו סומכין על חשבון דרב אדא, לאו קושיא היא דהכא נמי לענין חשבון השנים קימ”ל כר”א דאמר בתשרי נברא העולם ולענין התקופות קימ”ל כר’ יהושע דאמר בניסן נברא העולם״ עכ”ל. (= ער פרעגט ווי אזוי קענען מיר טוהן צווי סתירה׳דיגע זאכן אז לגבי די ברכה מאכן אונז אזוי ווי שמואל און לויט די חשבון פון תקופות און מעבר די יאהרן פארלאזן מיר זיך אויף רב אדא, ענטפערט ער אז די זעלביגע זאך טוהן מיר אויך אז לגבי רעכענען און ציילן די יאהרן פסק׳נען מיר אזוי ווי רבי אליעזר אז די וועלט איז באשאפן געווארן אין תשרי, און לגבי די תקופות פסק׳נען מיר אזוי ווי רבי יהושע אז די וועלט איז באשאפן געווארן אין ניסן). און וואס האט ער געטוהן? ער האט פשוט געענטפערט די קשיא מיט דעם אז ס׳איז דא נאך א קשיא. און באמת דער רש״ש וואונדערט זיך שוין פרעגנדיג: “אבל בעניי לא הבינותי איך מחזיקים אנחנו החבל בשני ראשיו לתקופה מנינן כר’ יהושע ולמולד הלבנה כר’ אליעזר” (ר”ה ח ע”א). (= דער רש״ש פרעגט טאקע די צוויטע אויבנדערמאנטע קשיא ווי אזוי מיר קענען פסק׳נען ווי רבי אליעזר און רבי יהושע אינאיינעם). און קיין ריכטיגע ענטפער פאר די צומישעניש איז נישטא צום געפינען.
זעה נאר די מיספארשטענדעניש פון אונזערע חכמים מיטן אויסמיש פון הלכות. ווען איך האב נאכגעקוקט די צייט פון ״ברכת החמה״ אין תשי״ג (1953) וואס איז געפראוועט געווארן מיט פול פראכט און שיין, בין איך דערציטערט געווארן פון דעם שרעקליכן חילול השם, ווי אזוי אונזער תורה איז געווארן איבערגעדרייט צו א שפאט און א שאנדע, ווען מ׳האט געמאכט די ברכה אום כ״ג ניסן, אויסשרייענדיג פאר יעדן צוהערער אז היינט הויבט זיך אן ״תקופת ניסן״! קומט אויס, אז זיי האבן אין יענעם יאהר געפראוועט דעם יו״ט פסח אינעם ווינטער, און זיי האבן עובר געווען אויף א בפירושע מצוות-עשה פון “שמור את חדש האביב” און אויך אויף די גמרא וואס זאגט און ראש השנה (כ”א ע”א) “שלח ליה רב הונא בר אבין לרבא כד חזית דמשכה תקופת טבת עד שיתסר בניסן עברה לההיא שתא ולא תיחוש לה דכתיב שמור את חודש האביב”. (= רב הונא בר אבין האט געשיקט צו רבא: ווען דו זעהסט אז תקופת טבת ציהט זיך אריין ביז ט״ז ניסן, זאלסטו מאכן אן איבער-יאהר) א שאנדע און א חרפה! אלעס נאר וועגן די גרייזן און צומישעניש פון אונזערע פריערדיגע חכמים.
און נאך און דעם דאזיגן ענין. קום אהער נאר דו – תלמיד וואס טראכט גוט – און זעה נאך סתירות און אפפרעגונגען. אז נאך וואס אונזערע חכמים האבן גערעכנט זייערע רעכענענוגען האבן זיי זיך באגעגנט מיט א סתירה צו די תורה. רעכענענדיג אויף צוריק צו וועגס די יאהרן קומט אויס אז די ערשטע מולד פון די בריאה שפעטיגט מיט 7 טעג 9 שעה און 642 חלקים פון די זין גאנג (״מהלך החמה״), און אין פסוק שטייט דאך אז די זין און די לבנה זענען באשאפן געווארן אין איין טאג אזוי ווי ס׳שטייט “ויעש אלוהים את שני המאורות הגדולים וכו’ ויהי ערב ויהי בוקר יום רביעי”, און אזוי אויך שטייט אין פרקי דרבי אליעזר (פרק שביעי) “כל הכוכבים והמזלות ושני המאורות נבראו בתחילת ליל רביעי ולא קדם זה לזה אלא שתי ידות שעה” און כדי צו פארענטפערן די דאזיגע סתירה האבן זיי געזאגט אז די לבנה האט מקטרג געווען און האט זיך געפיהרט בנזיפה, און וויפל צייט האט זי זיך געפירט בנזיפה? פארשטייט זיך אליינס אז פונקט אזוי וויפיל די צווישנשייד איז אויסגעקומען… און חוץ פון דעם וואס דאס ברענגט צו לאכן, האבן שוין די חכמי התוספות געשריבן (אין ראש השנה ח ע”א ד”ה לתקופות): “שלא מצינו טעם זה בכל מקום״ אז מיר געפונען נישט אין ערגעץ אזא מין טעם, וועגן דעם האבן זיי אויפגעקומען מיט אן אנדערן טעם – וואס מיר געפונען אויך נישט אין ערגעץ – אז אדם הראשון האט מקדש געווען דעם חודש 9 שעה נאך וואס ער איז געבוירן, ממילא קומט אויס אז די מולד איז געווען פרייטאג ביי 14 שעה. און נאך דערצו אז לויט תוספות איז דער מולד געווען און פרייטאג און נישט מיטוואך אזוי ווי עס שטייט אין די תורה. און נאך איז וויכטיג צו וויסן אז לויט רב אדא׳ס תקופה האט די לבנה געשפעטיגט נאר מיט 9 שעה און 642 חלקים, און לויט דעם האט די לבנה זיך געפירט בנזיפה נאר 9 שעה, און אזוי פארשפארט צו ציילן שבעה נקיים…
און קוק נאר וועסטו זעהן די צומישעניש וואס האט זיך געשאפן, אז מיר ציילן די יאהרן לגבי די תקופות פון ״שנת תהו״ (= א יאהר פאר די וועלט איז באשאפן), אזוי ווי תוספות שרייבט אין ראש השנה (ח ע״א), אבער לגבי אוועקצושטעלן די שמיטה יאהר ציילן מיר פון ״שנת היצירה״ (= די יאהר וואס די וועלט איז באשאפן געווארן). (עיין רא”ש ריש פ”ק דע”ז ורש”י דף ט’. ועיין בבאור הגר”א חו”מ סו’ אות ח בענין מחלוקת מתי שנת השמיטה דכל החשבונות הכל משנת היצירה שהיא שניה לבריאת העולם).
און נאך שרייבט דער חזון-איש אין אורח חיים סימן קמ אות ב: “וכאשר אנו באין ליחוס זמני בתולדות הימים צריכים לאחר שנה וכו’ ושנות בית ראשון וגלות בבל ובית שני הם כולם משנה ראשונה של יצירה והיה ראוי להחזיק מנין זה אלא שלאיזה סיבה הוסיפו הדורות שנה ומסרו לנו שהוסיפו ואין הפסד בדבר”.
(=ווען ס׳קומט צו רעכענען די יאהרן אין די היסטאריע דארפן מיר צולייגן איין יאהר, און אונז וואלטן געדארפט רעכענען נארמאל, אבער פאר עפעס א סיבה האבן די דורות צוגעלייגט א יאהר, און זיי האבן אונז איבער געגעבן דאס אז זיי האבן צוגעלייגט, און ס׳מאכט נישט אויס).
און אזוי קענסטו זעהן מיט דיינע אייגענע אויגן דער געפערליכער צומישעניש, און ווי די פוסקים האבן אראפ גענומען און צוגעלייגט א יאהר לויט ווי ס׳האט זיי אויסגעקומען צום בעסטן. געריקט די גאנצע בריאה אהין און צוריק ביז זיי האבן אנגעשריגן די לבנה און אפגעשטעלט איהר גאנג מיט עטליכע טעג. אלעס א לאטו אויף א לאטע.
און דו – איינער וואס טראכט און קלערט – זעה נאר אז אויב דו גייסט אויספארשן די אלע זאכן גייסטו נאך טרעפן פיל מיט טעותים און גרייזן אין די ווערטער פון אונזערע חכמים, און האט דא האסטו נאר א ביסל.
דער חזון-איש מאכט א געפערליכע טעות (אין סימן קלח אות ח) און ער צומישט זיך צווישן די זין אין די לבנה, ווען ער פרעגט ווי אזוי קענען מיר מאכן א ברכה אויף די זין, די זין האט דאך אנגעהויבן איהר גאנג נישט אין אנפאנג פון מזל טלה נאר אביסל מער אריינצו (ז״ט תרמ״ב) און ער מאכט מיט דעם א טעות ווייל דאס איז דער אנפאנג פון די מולד פון די לבנה. מ׳מעג מוחל זיין דעם חזון-איש פאר זיין טעות (נאך אלעם איז ער נישט מער ווי א מענטש!) אבער די פראבלעם איז אז כדי זיך ארויס צו דרייען פון די סתירה האט ער פארדרייט די גאנצע סדר א בריאה, און אליינס האט ער אויסגעטראפן אז די זין איז אויפגעהאנגען געווארן מיטוואך נאכט אבער פארשפעטיגט איהר גאנג.
און נאך א טעות שרייבט ער דארטן (אין אות ד) זאגנדיג אז רב אדא׳ס תקופה איז געבליבן אפגעהיטן אין די הינו פון די חכמים און ס׳פלעגט מאכן זיכער די אויספרעגונגען פון די עדות אין די צייט וואס מ׳האט מקדש געווען די חודש לויט עדות, וואס האט א שייכות קידוש החודש צו די לענג פון ״שנת החמה״.
און אין די ספר ״שקל הקודש״ אין הלכות קידוש החודש (פרק י הלכה ז אות כ), קומט הרב חיים קנייבסקי שליט״א און ער ווייזט אונז ווידער אז ער געפינט זאך נאך אין א פארנאטישע וועלט, און ער טוהט זיך אפילו נישט באמיהן צו עפענען אן אנציקלאפעדיע פאר די קליינווארג, ווען ער איז מסביר פארוואס זענען די תקופות ניסן און תמוז לענגער ווי די תקופות תשרי און טבת, שרייבנדיג אזוי: “אבל השמש יש לו גלגל אחר שאין מרכזו הארץ רק יש לו מרכז אחר שהשמש מתגלגל סביבו”. (= די זין האט אן אנדער רינג ווי ער דרייט זיך ווי די ערדקוגל איז נישט זיין צענטער, נאר ער האט אן אנדער צענטער וואס ער דרייט זיך ארום איהם), און אפשר זאל ענדליך איינער קומען און ברענגען אונזער הויכגעשעצטער רב פון די 16-טער יאהר הונדערט צו אונזערע היינטיגע צייטן.
דאס אלעס און נאך, קומט אונז צו לערנען אז אונזערע רבנים האבן אסאך טעותים געמאכט מיט די אמת׳ע פאקטן, און האבן אויך געגרייזט מיטן צופאסן דעם מציאות צו די מצוות, און אלעס וואס זיי האבן געטוהן אין די אסטרטנאמישע פעלד איז פארקרומט און פארגרייזט. און אויב זיי האבן געגרייזט און פשוטע זאכן וואס איז גרינג זיי נאכצוגיין, איז זעלבסט פארשטענדליך אז זיי זענען פארדאכט אויף אלעס וואס איז נישט מעגליך נאכצוגיין.
און מיר גייען צום ענד ברענגען נאך א ראיה אז אונזער תורה און מצוות זענען אוועקגעשטעלט לויט מענטשליכן פארשטאנד און אויסדריקליך נישט קיין געטליכע רייד, פון די ווערטער וואס דער ״קצות-החושן״ שרייבט אין זיין הקדמה: “לא ניתנה תורה למלאכי השרת ואל האדם ניתנה אשר לו שכל אנושי ונתן לנו הקב”ה תורה ברוב רחמיו וחסדיו כפי הכרעת השכל האנושי גם כי אינו אמת בערך השכלים הנבדלים וכו’ הקב”ה בחר בנו ונתן לנו את התורה כפי הכרעת השכל האנושי אע”פ שאינו אמת וכו’ שתעלה אמת מן הארץ והאמת יהיה כפי הסכמת החכמים בשכל האנושי וזוהי ברכת התורה אשר נתן לנו תורת אמת שיהיה האמת אתנו וכו’ דאם היה הכל בכתב מיד ה’ מה לשכל האנושי להבין בתורת ה’ אבל תושבע”פ משלנו היא”. עכ״ל. ד. ה. דער אמת איז וואס ליגט אין די מעטשליכע פארשטאנד, נישט נאר רבנים און פוסקים האבן זוכה געווען צו באקומען שכל, נאר יעדער איינער איז בארעכטיגט צו נוצן זיין אייגענעם שכל אנצוקומען צום ריינעם אמת. און יעדער איינער וואס קומט אן צו זיין אייגענעם אמת מאכט דאס פאר זיין אייגענעם תורה, און די דאזיגע תורה האט דאס זעלביגע מאכט ווי יעדע אנדערע אמת׳ע תורה, ס׳זאל נאר זיין אמת מיט דאס מענטשליכע פארשטאנד און לאגיק, יעדער מיט זיין פארשטאנד, יעדער מיט זיין אמת, און יעדער מיט זיין תורה, אלעס איז אמת.